А суккэлэ а клэйнэ
Posted Under: Идиш,песни,Суккойс
«А суккэлэ а клэйнэ» в исполнении Гершона Сейфа (via parvuss).
פון ברעטלעך געמֵײנע
האָב איך מיר
אַ סוכּהלע געמאַכט
צוגעדעקט דעם דאַך
מיט אַ ביסעלע סכך
זיץ איך מיר
אין סוכּהלע בַײנאַכט
אַ װינט אַ קאַלטן
בלאָזט דורך די שפּאַלטן
און די ליכטעלעך
זֵײ לעשן זיך פיל
עס איז מיר אַ חידוש
װי איך מאַך מיר קידוש
און די ליכטעלעך
זֵײ ברענען גאַנץ שטיל.
צום ערשטן געריכט
מיט אַ בלאַסן געזיכט
ברענגט מיר
מַײן טעכטערל אַרַײן
זי שטעלט זיך אַװעק
און זאָגט מיט שרעק
טאַטעלע די סוכּה
פאַלט באַלד אַײן.
זַײ נישט קֵײן נאַר
האָב נישט קֵײן צער
די סוכּהלע
װעט נישט אַײנפאַלן
די װינטן װאָס ברומען
מיר װעלן פאַרקומען
די סוכּהלע
שטֵײט שױן גאַנץ לאַנג.
זַײ נישט קֵײן נאַר
האָב נישט קֵײן צער
זאָל דיר די סוכּה
נישט טאָן באַנג
עס איז שױן גאָר
באַלד צװֵײ טױזנט יאָר
און די סוכּהלע
זי שטֵײט נאָך גאַנץ לאַנג.